Sonntag, 15. Juli 2012

זענען די רוצחים פלוצלונג געווארן די מצילים

טייערע אידן!

אזוי ווי יעדער ערליכער איד ווייסט, די ציוניסטן ימ"ש

האבן געהאט א חלק אין די רציחות אינעם צווייטען וועלט'ס קריג.

האבן פארמיטן און געשטערט די רבנים ועסקנים זצוק"ל וועלכע האבן מיט מסירות נפש פראבירט צו ראטעווען.

האבן געהאט א חלק אין די רציחות דורכן זיך רייצן מיט די נאציס און דעקלארירן מלחמה קעגן זיי.

ערליכע אידן פון אר"י, ובראשם הר"ר אלחנן אסתראוואיטש הי"ו, האבן מיט מסי"נ געגאנגען אין די מקום ע"ז "לזכר השואה", צו דערמאנען און אראפברענגען די פשוט'ע אמת: 

אז די ציונים ימ"ש 

האבן געברענגט די רציחות

האבן צוגעהאלפן צו די רציחות

האבן געהאט א אינטערעס אין די רציחות

און האבן געשטערט די רעטנוג אקציעס


די ציונים ימ"ש קענען נישט אראפשלינגען דאס מינדעסטע פארשוועכונג פון זייערע "כבוד המדומה".

די קליפה קען נישט אויסהלאטן ווען איינער רייסט אראפ דעם פאלשן שלייער וועלכע טוט רעפרעזענטירן זיי אלץ "מצילי ישראל".

זיי האבן זיך גענומען צו די ביינער פון הר"ר אלחנן שליט"א, וועלכע שמאכטעטע יעצט אין די פינסטערע קעלערן פון ציוניסטישע תפיסה און זאגן צו אז זיי וועלן איהם פייניגן און רודפ'ן ביזן סוף רח"ל היל"ת.

אידן איבער דער גארער וועלט ווערן אויסגערופן ארויסצוגיין במחאה נמרצה לרחובה של עיר, ארויסרופן צום גאנצן וועלט אז די ציונים ימ"ש האבן אן ערנסטן טייל אין די רציחות פונעם צווייטן וועלטס קריג.

זיי זענען די רוצחים, זיי זענען די רודפים, און זיי דערוואגן נאך זיך ארויסצואווייזן אלץ מצילים.
נאך מער - לויט'ן תורה זענען זיי פיל ערגער ווי די נאציס - גדול המחטיאו מן ההורגו!

ערליכער אידן גרייטן זיך בקרוב צו פארן קיין "האג" אין האלאנד און זיך אוועק שטעלן אינדרויסן פון די אינטערנאציענאלער וועלטליכער געריכט (קארט) דארט און בעטן פון די וועלט הילף פאר די שנעלער באפרייאונג פון הר"ר אלחנן שליט"א.

ערליכער אידן וועלן אויך לויטן פלאן ארויס קומען שרייען קעגן זייערע טמא'נע ציוניסטישע עמבעסאדער'ס ארום דער וועלט מפרסם זיין אז די גאנצע וועלט זאל דערקענען דעם אמת'ן פרצוף פון די ציונים ימ"ש און אויך שרייען אז די ציוניסטישע כופרים זאלן אראפלאזן זייערע לאפעס פון ערליכע אידן אין א"י, ספעציעל פון הר"ר אלחנן הי"ו, און וועלן איהם לאזן ארוסצוגיין פון גבול רשעתם.

אידן! בהמונינו וועלן מיר ארויס גיין לקדש שם שמים! און מקיים זין מצוות לא תעמוד על דם רעך.

ולה' הישועה,,,,,,

Kommentare:

  1. ביז איצט איז עלחנן נאר פארדעכטיג (סוספעקטיד) פון האבן געמאכט גראפיטי.
    ער איז אין טורמע, בלויז אויף חשד!
    Until now, Elhanan is only suspected.
    He’s in jail, suspicion only!

    AntwortenLöschen
  2. Eine schöne Schrift, die ich leider nicht lesen kann!

    AntwortenLöschen
  3. הודעה חשובה
    לפני כמה רגעים דיברתי עם עורך הדין של רבי אלחנן שיח'
    ולדבריו מחר כנראה ישחרר אי''ה
    עוד אמר שצריך לשלם עבור שלושה דיונים והוצאות וכן ערבות

    AntwortenLöschen